lirikku.id
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #
.

Lirik Lagu חוה אלברשטיין – Reizele – רייזעלע – Hava alberstein


By: Admin | Artist: Other %d7%97%d7%95%d7%94 %d7%90%d7%9c%d7%91%d7%a8%d7%a9%d7%98%d7%99%d7%99%d7%9f | Published: 2024-15-05T02:13:22:00+07:00
Lirik Lagu חוה אלברשטיין – Reizele – רייזעלע – Hava albersteinLirikku.ID - Lirik Lagu חוה אלברשטיין – Reizele – רייזעלע – Hava alberstein: Halo Lirikku.ID, Dalam konten ini, kami menyediakan chord gitar untuk lagu "Lirik Lagu חוה אלברשטיין – Reizele – רייזעלע – Hava alberstein" yang dinyanyikan oleh Toton Other %d7%97%d7%95%d7%94 %d7%90%d7%9c%d7%91%d7%a8%d7%a9%d7%98%d7%99%d7%99%d7%9f. Dengan chord yang disajikan, pemula atau penggemar musik dapat dengan mudah memainkan lagu ini dengan gitar mereka sendiri. Kami menyajikan chord dengan akurasi tinggi sehingga pemain dapat mengikuti alunan musiknya dengan baik. Juga, kami akan memberikan informasi tambahan mengenai lirik lagu dan mungkin beberapa tips untuk menyempurnakan permainan gitar. Konten ini cocok untuk penggemar musik yang ingin belajar lagu baru atau bagi mereka yang ingin menikmati kesenangan bermain musik dengan gitar. Silahkan disimak Lirik Lagu חוה אלברשטיין – Reizele – רייזעלע – Hava alberstein Berikut Dibawah ini untuk Selanjutnya.

שטייט זיך דארט אין געסעלע
שטיל פֿארטראכט א הייזעלע
דרינען אויפֿן בוידעם~שטיבל
וווינט מײן טייער רייזעלע
יעדן אוונט פֿארן הײזל
דריי איך זיך ארום
כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל
קום, קום, קום!
עפֿנט זיך א פֿענצטערל
וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע
און באלד קלינגט אין שטילן געסל
א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע :
~ נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער
באלד וועל איך זיין פֿריי
גיי זיך נאך א פאר מאל איבער ~
איינס, צוויי, דריי !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען
אירע דראבנע פֿיסעלעך
שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל
כ´נעם זי ליב ארום
כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל ~
קום, קום, קום !
~ כ´וויל דיך בעטן, דודל
זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער
~ הערסט, ער פֿייפֿט שוין ~ זאגט די מאמע
זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער
פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש
ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי…
גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש ~
איינס, צוויי, דריי !
~ כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער
דרויף גיב איך א שבֿועהלע ~
דיר צוליב וועל איך אפֿילו
ווערן פֿרום, מײן צנועהלה
כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל
ווי דײן מאמע פֿרום
יעדן שבת גיין אין קלייזל ~
קום, קום, קום !
~ כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער
און דערפֿאר דיר, דודל
שטריק איך א שיין תפילין~זעקל
מיט א מגן~דודל
ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל
זאגן זאלסטו זיי:
~ ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל ~
איינס, צוויי, דריי !
~ כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה
כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע !
כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל
כ´ליב דאס אלטע הײזעלע
כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל ~
טרעטסט אויף זיי ארום
הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל
קום, קום, קום !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן
אירע דראבנע פֿיסעלעך ~
ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל
ס´געסל ~ ווידער שטום
קום צו מיר אין חלום, רייזל
קום, קום, קום !


Saksikan Video Lirik Lagu חוה אלברשטיין – Reizele – רייזעלע – Hava alberstein Berikut ini..


Lirik lagu lainnya: